רעגולערע אייגנקייטן
אַלע פּראָגראַמען פֿאַרמאָגן די לעצטע נייעסן און לויפֿיקע ידיעות וואו דער טראָפּן ווערט געלייגט אויף ישראל, דעם וועלט יידנטום, דעם מיטעלן מזרח, דעם געוועזענעם ראַטן פֿאַרבאַנד ווי אויך אויסטראַליע.
טעמעס מיט אַ שייכות צו דער יידישער קולטור, קהילה, שפּראַך און ליטעראַטור, דעם געזונט צושטאַנד, פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן, חורבן, יום-טובֿים, פֿעסטיוואַלן און היסטאָרישע דאַטעס ווערן אויך אָפֿט איבערגעגעבן און אָפֿט אַנטהאַלטן אויך אינטערוויועם מיט מבֿינים און ספּעציעלע געסט.
פֿאַרווײַלערישע סעגמענטן צו טאָן מיט קאָמעדיע, טעאַטער, פֿילם און יידישע טראַדיציעס, און מאָדערנע, קלעזמער, פֿאָלקס ליד און מוזיק און חזנות, זענען רויך אַ וויכטיק טייל פֿון דער מערהייט פֿון די פּראָגראַמען.